TRANSPORTATION PRICING:
Registration Fee: $150
PAYMENT METHOD (REQUIRED) will open separate page
If using same payment Method as last year then skip
FINANCIAL TERMS:
תשב"ר טראנספארטאציע ווערט אנגעפירט דורך עסקנים שלא ע"מ לקבל פרס לטובת הציבורדי פרייז איז אויסגערעכענט לויט די ערווארטעטע הוצאות, מיר האפן נאך אראפצוברענגען די קאסטן ווי ווייט מעגליך, אויב וועלן מיר בסייעתא דשמיא מצליח זיין וועט מען אראפנידערן די פרייז
תקנות פאר די תלמידי ותלמידות תשב״ר אויפן באס
על פי בקשת רבנים, הנהלת מוסדות, אין עלטערן, זענען אוועקגעשטעלט געווארן די פאלגנדע תקנות פאר די תשב״ר מעמבערס, וועלכע זענען א יסוד אינעם חינוך הבנים והבנות.
א. באנוץ פון א טעלעפאן
• א טעלעפאן אויפן באס איז ערלויבט בלויז כדי א קינד זאל קענען, בעת הצורך אדער אין פאל פון א נויט, רופן זיינע עלטערן.
• עס איז נישט ערלויבט צו רעדן סתם אויפן טעלעפאן בשעת׳ן פארן אויפן באס.
• כמובן, מוז דער טעלעפאן זיין א גענצליך כשר׳ער טעלעפאן.
ב. אויפזיכט איבער די התנהגות
• די התנהגות פון די קינדער אויפן באס וועט זיין אונטער דער דירעקטער אויפזיכט פון דעם מוסד וואו דאס קינד לערנט.
• די הנהלת הבאס וועט, לויטן צורך, מיטטיילן פארן מנהל אדער מנהלת פונעם מוסד איבער דער התנהגות פונעם קינד אויפן באס.
ג. אחריות פון די עלטערן
• די עלטערן זענען מחויב אנצוזאגן זייערע קינדער און זיכער מאכן אז זיי האלטן איין די תקנות און פירן זיך אויף מיט דרך ארץ, צניעות און רעספעקט צום דרייווער, מאניטאר און צו די אנדערע קינדער.
ד. קאמערעס אויפן באס
• די עלטערן געבן זייער הסכמה אז די הנהלה וועט איבערקוקן די קאמערעס אויפן באס.
• די נויטיגע אינפארמאציע אדער רעקארדירונגען קענען איבערגעגעבן ווערן פאר די הנהלת המוסד אדער אנדערע באשטימטע פאראנטווארטליכע, על פי הוראות הרבנים שליט״א.
ה. ציל און באנוץ פון די באס־סערוויס
• די באס־סערוויס איז אויסשליסליך געווידמעט פאר תלמידי ותלמידות תשב״ר אויפן וועג צו און פון ישיבה, חדר אדער סקול.
• א קינד איז נישט ערלויבט צו פארן אדער אראפגיין ביי אן אנדער פלאץ, אן א שריפטליכן צעטל אדער פריערדיגע באשטעטיגונג פון זיינע עלטערן און פון דער באס־הנהלה.
_________________________________________________________________________________
אישור והתחייבות ההוריםמיר, די אונטערגעשריבענע עלטערן, באשטעטיגן אז מיר האבן דורכגעליינט די אויבנדערמאנטע תקנות, מיר פארשטייען זייער אינהאלט, און מיר נעמען אויף זיך צו ערקלערן די תקנות פאר אונזער קינד און מיטצוארבעטן מיט דער הנהלה אין זייער איינהאלטונג.